Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

האַרבסט 2008 — ווינטער 2009                              FALL 2008 - WINTER 2009




יעקבֿ שטערנבערג — דער קיניג פֿון ייִדישער ליד

פֿון משה לעמסטער (ישׂראל)
יעקבֿ שטערנבערג (1890—1973). דיכטער, טעאַ­טער־רעזשיסאָר, רעדאַקטאָר, קריטיקער, עסי­ייִסט, פּובלי­ציסט און קולטור־טוער. די בוי­לעטסטע פּערזענלעכקייט פֿו­נעם ייִדישן קי­בוץ אין בוקאַרעשט צווישן ביידע וועלט־מלחמות. ער איז געווען דאָרטן דער קיניג פֿון דער ייִדי­­שער קולטור, איר סימ­באָל. דער פּאָ­עט אַליין רופֿט אויס אין זײַן ליד "פּראָ­מע­טעוס":
אין דער הויפּטשטאָט פֿון מײַן לאַנד,
וווּ איך בין דער ייִדיש־קיניג הײַנט
(ווי בײַ הערשער אויסגעשטרעקט מײַן האַנט!
ס’איז צו דער זעלבער צײַט די פּאָזע
פֿון מײַן קינפֿטיקן דאָ מאָנומענט)...


אַ לאַנגער קאָמענטאַר צו אַלכּסנדר שפּיגלבאַטס אַ ליד

אַ ליטעראַרישע שאַפֿונג נייטיקט זיך ניט אין קיין דערקלערונגען, אָבער אין אייניקע פֿאַלן, ווען דער אינהאַלט פֿון דעם ליד איז פֿאַרבונדן מיט אַ געשטאַלט פֿון אַ שרײַבער, מיט זײַן שעפֿערישער ביאָגראַפֿיע, איז דאָס, מיין איך, יאָ דערלאָזלעך. ברענג איך ווײַטער אַן אויסצוג פֿון אַלכּסנדר שפּיגלבלאַטס ליד "יעקבֿ שטערנבערג".

שאָטנס בײַ נאַכט אויף קאַלעאַ וואַקאַרעשט
שנײַדן אַדורך די שטאָט אין פּראָפֿיל.
יעקבֿ שטערנבערג, אַ שאָטן אין פֿראַק,
האָט דאָ פֿאַרטראַכט אַ פּורים־שפּיל.

אַ נאַכט ווי בײַ פּרצן אויפֿן אַלטן מאַרק.
שאָטנס רײַסן קריעה אין נאָכטישער זײַד,
שאָטנס פֿון שולהויף, פֿון הקדש, פֿון מיקווה,
בטלנים, לצנים און אָרעמע לײַט.

עס טאָגט. די שאָטנס שטאַרבן אין מאָרגנליכט
וואָס שווענקט דעם מאַרק, די געסלעך אַלע.
אין שולהויף זוכט מען אַ צענטן צום מנין.
אַ קול צעכליפּעט זיך אין "ליפּקאַן של מעלה".


שפּיגלבלאַטס ליד איז דערשינען 70 יאָר נאָך דעם, ווי אין בוקאַרעשט, אין 1937, האָט די ייִדישע און אויך די רומענישע געזעלשאַפֿטלעכקייט געפֿײַערט שטערנבערגס 20־יאָריקע טעאַטראַלע טעטיקייט. דאָס איז געווען דער הויכפּונקט פֿון זײַן רום אין רומעניע. ווי אַ פּאָעט, האָט יעקבֿ שטערנבערג געהאַט אַ סך פֿאַרערער און נאָכפֿאָלגער. אַפֿילו איציק מאַנגער, ווי עס שרײַבט שטערנבערג אין אַן עסיי, "...האָט צו יענער צײַט פֿאַרפֿירט ...אַ שטיקל פֿלירט מיט מײַן דיכטונג".

נאָר ניט בלויז אין רומעניע איז געווען באַוווּסט שטערנבערג. אָט וואָס ס׳האָט געשריבן וועגן אים אַבֿרהם סוצקעווער: "אַ פּאָעט־וויזיאָניסט, אַ סימבאָליסט־באָדלעריסט. מיר, די דעמאָלט יונגע יונג־ווילנע, האָבן זיך געקוויקט מיט שטערנבערגס לידער..." ("די גאָלדענע קייט", 1961, נומ׳ 41).

אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט גיט מיט זײַן ליד אָפּ כּבֿוד ניט נאָר דעם פּאָעט, נאָר אַממערסטן דער פּערזענלעכקייט — יעקבֿ שטערנבערג! ס׳דאַכט זיך, אַז די, וואָס האָבן שטערנבערגן געקענט אין רומענישן פּעריאָד, האָבן פֿאָרגעזעצט צו "דינען" זייער געוועזענעם קיניג, כאָטש ער, דער קיניג, האָט שוין געוווינט זינט 1940 אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
טאַקע אַ דאַנק זיי, די פֿאַרערער און פֿרײַנד, זײַנען דערשינען אַלע ייִדישע ביכער פֿונעם פּאָעט. צו שטערנבערגס 80־יאָריקן יוביליי איז אַרויס אין בוקאַרעשטער פֿאַרלאַג "קריטעריאָן" אַ סך־הכּל־בוך זײַנס "אין קרײַז פֿון יאָרן", געזאַמלטע לידער (1915—1970). אין פֿאָרוואָרט צום בוך שרײַבט דער מחבר: "צום סוף בלײַבט מיר נאָך איבער אויסצודריקן מײַן טיפֿע דאַנקבאַרקייט די חבֿרים פֿון דעם ‘קריטעריאָן’־פֿאַרלאַג פֿאַר דער פֿרײַנדשאַפֿט און ברייטהאַרציקייט, וואָס זיי האָבן אַרויסגעוויזן בײַם אַרויסגעבן אָט דעם בוך. עס איז פֿאַר מיר ביז גאָר רירנדיק דער פֿאַקט, וואָס סײַ מײַן ערשטע גרעסערע לידער־אויסגאַבע, סײַ די איצטיקע, וואָס פּרעטענדירט אויף סך־הכּל, זענען דערשינען אין בוקאַרעשט — די שטאָט, וואָס פֿאַרנעמט אַזאַ וויכטיק אָרט אין מײַן שעפֿערישער ביאָגראַפֿיע".

אין דעם זעלבן יאָר האָט דער פּאַריזער פֿאַרלאַג "אויפֿסנײַ" אַרויסגעגעבן דעם דיכטערס אַ זאַמלונג לידער: "ליד און באַלאַדע אויף די קאַרפּאַטן". די אַרויסגעבער פֿונעם בוך האָבן אין זייער אַרײַנפֿיר געשריבן: "הײַיאָר, אין 1970, ווערט יעקבֿ שטערנבערג אַלט אַכציק יאָר, מיט דער דאָזיקער באַשיידענער לידער־זאַמלונג זײַנען מיר — דעם דיכטערס לאַנג־יאָריקע פֿרײַנד און פֿאַרערער, אויסן אָפּצומערקן אָט די וויכטיקע דאַטע פֿאַר דער פּראָגרעסיווער ייִדישער ליטעראַטור". נאָך פֿאַר דעם, אין 1967, האָבן שטערנבערגס בני־עיר פֿון "ארגון יוצאי ליפקני" (ליפּקאַנער לאַנדסמאַנשאַפֿט) אַרויסגעלאָזט זײַנס אַ זאַמלונג לידער אויף עבֿריתּ: "מבחר שירים" (געקליבענע לידער). דער פֿאַרלאַג "קריטעריאָן" האָט אין 1983 אַרויסגעגעבן שטענבערגס שאַפֿונגען איבעגעזעצט אויף רומעניש: "Orasul in profil" (שטאָט אין פּראָפֿיל). שפּעטער, 1987, איז אין ה. לייוויק־פֿאַרלאַג דערשינען דעם דיכטערס אַ בוך עסייען: "וועגן ליטעראַטור און טעאַטער". מיטן אַרויסגעבן דאָס בוך האָבן זיך מטפּל געווען: הירש אָשעראָוויטש, מאיר יעלין, מאָטל סאַקציער און אליעזר פּאָדריאַטשיק.
פֿון רעכטס: י.יאַקיר, י. שטערנבערג, ה. ריווקין און מ. סאַקציער,
קעשענעוו, 1940
אויך אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון זײַנע פֿאַרערער און פֿרײַנד האָט דער "אַלוועלטלעכער פֿאַרבאַנד פֿון בעסאַראַבער ייִדן" באַלוינט יעקבֿ שטערנבערגן אין יאָר 1972 מיט דער "פֿיכמאַן־פּרײַז".

אויב אין רומעניע איז ער געווען געקרוינט מיטן טיטל — "קיניג", האָט מען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געוואָלט דעם דאָזיקן קיניג פֿאַרוואַנדלען אין אַ קנעכט. פֿינף יאָר (1949—1954), האָט שטערנבערג זיך אָפּגעמאַטערט אין אַ סטאַלין־לאַגער (זע באָריס סאַנדלער: "דער ענין נומער 5390"). קיין איין ביכל זײַנס אויף ייִדיש איז אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד ניט אַרויסגעגעבן געוואָרן (אין 1959 איז אַרויס אַן אָפּקלײַב פֿון זײַנע לידער אין רוסישער איבערזעצונג). פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגן דערשינען זײַנע לידער און עסייען אינעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". אינטערעסאַנט איז, אַז שוין אין די יאָרן פֿון דער "פּערעסטרויקע" און שפּעטער האָט אַהרן ווערגעליס אָפּגעדרוקט שטערנבערגס פֿיר גרויסע ציקלען לידער אונטער דעם אַלגעמיינעם טיטל: "ניט געדרוקטע לידער". איין ציקל אין "סאָוועטיש היימלאַנד", 1989 (נומ׳ 8) , און די איבעריקע אין זשורנאַל "די ייִדישע גאַס", 1996 (נומ׳ 4, 5), 1997 (נומ׳ 1). אויך אין "סאָוועטיש היימלאַנד", 1990 (נומ׳ 4), איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן הערש רעמעניקס (1905—1981) "ניט אָפּגעדרוקטע" גרויסע קריטישע אַרבעט: "וועגן יאַנקעוו שטערנבערגס ליריק".

וואָס זשע פֿאַר אַן אָרט פֿאַרנעמט יעקבֿ שטערנבערג אין דער ייִדישער ליטעראַטור? אַ שרײַבער, יעקבֿ באָטאָשאַנסקי (1895—1964), האָט אַ מאָל געפּרוּווט "פּינקטלעך" צו באַצייכענען דאָס פּלאַץ, וואָס יעקבֿ שטערנבערג פֿאַרנעמט אין דער ייִדישער דיכטונג: "...צווישן לייב האַלפּערן און זישע לאַנדוי — אין דער סאַמע מיט — קומט אים אַ פּלאַץ" ("פּאָרטרעטן פֿון ייִדישע שרײַבער", 1933). יחיאל שרײַבמאַן האָט געשריבן וועגן דעם פּאָעט: "דער דיכטער יעקבֿ שטערנבערג, דער גרעסטער, טראַכט איך הײַנט, צווישן די גרעסטע..." ("זיבן יאָר מיט זיבן חדשים").

ס׳ווילט זיך גלייבן, אַז די הײַנטיקע, צי די קומענדיקע פֿאַרערער פֿון שטערנבערגס שאַפֿונג וועלן אויספֿילן דעם לעצטן ווילן פֿונעם דיכטערס צוואה — אַרויסגעבן אַ צווייטע פֿאַרגרעסערטע אויפֿלאַגע פֿון זײַן בוך "אין קרײַז פֿון יאָרן" (זע "וועגן ליטעראַטור און טעאַטער"). און אפֿשר וואָלט מען געדאַרפֿט אַרויסלאָזן נאָך איין באַנד מיט די מאַטעריאַלן פֿון יעקבֿ שטערנבערגס אַרכיוו, וועגן וועלכע ס’האָט געשריבן אין "פֿאָרווערטס" מישע לעוו ("פֿאָרווערטס", פֿאַר דעם 17, 18 יולי, 1999).

ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט האָט אין זשורנאַל "די גאָלדענע קייט" אָפּגעדרוקט צוויי אַרטיקלען וועגן יעקבֿ שטערנבערגן: צום 75סטן געבוירן־טאָג פֿונעם פּאָעט — "יעקבֿ שטערנבערג" (1965, נומ׳ 53), און וועגן פּאָעטס באַנד לידער "אין קרײַז פֿון יאָרן" — "דרײַ סך־הכּלען" (1971, נומ׳ 73).

"שאָטנס בײַ נאַכט אויף קאַלעאַ וואַקאַרעשט..."
דאָ גייט די רייד וועגן דער באַוווּסטער ייִדישער געגנט אין דעמאָלטיקן בוקאַרעשט, וועגן וועלכער עס האָבן געשריבן אַ סך ייִדישע שרײַבער פֿון גרויס־רומעניע. און פֿאַרשטייט זיך, אויך יעקבֿ שטערנבערג:

איך בין דער דיכטער
פֿון קאַלעאַ וואַקאַרעשט.
נו, איז וואָס? אויף וואָגשול די געוויכטער!
קומט פֿון מיר אײַך אפֿשר עפּעס רעשט?...


כאָטש דער פּאָעט פּראָקלאַמירט, אַז ער איז דער דיכטער פֿון קאַלעאַ וואַקאַרעשט, הייסט עס נאָך ניט, אַז די קריטיקער, די פֿאָרשער פֿון זײַן שאַפֿונג האָבן געדאַרפֿט אים אויפֿנעמען און פֿאָרשטעלן בלויז ווי "דער דיכטער פֿון קאַלעאַ וואַקאַרעשט". כ׳מיין, אַז יעקבֿ שטערנבערג איז געווען אַ פּאָעט פֿון אַן אייראָפּעיִשן פֿארנעם. ווען אַן אַנדער לאַנד אין אייראָפּע וואָלט געהאַט אַזאַ דיכטער ווי ער, וואָלט דאָס פֿאָלק פֿון דעם דאָזיקן לאַנד שטאָלצירט מיט אים, אויפֿגעהאַנגען זײַנע פּאָרטרעטן אין זייערע שולן און אוניווערסיטעטן. אין דעם, אַ ביסל עקשנותדיקן, "איך בין דער דיכטער פֿון קאַלעאַ וואַקאַרעשט", הערט זיך מיר, ווי אַן עכאָ: — איך דאַרף ניט וואַרשע, איך וועל זיך באַגיין אָן ניו־יאָרק, צוליב וואָס קיין מאָסקווע?... און טאַקע, אין י. שטערנבערגס גראָטעסקער פּאָעמע "אינטערמעצאָ אין דרײַ מוזיקאַלישע מאָמענטן" געפֿינען מיר:

און איך טוליע צו דער ערד ביז וויי מײַן אויער: האַלאָ, וואַרשע!
האַלאָ, ניו-יאָרק! האַלאָ מאָסקווע!... טויב...
עס ענטפֿערט עפּעס קיינער ניט... וואָרן וואָס באַטײַט פֿאַר זיי
דאָרט נאָך איינער מיט אַ פֿעדער קריצנדיקער ייִד פֿון אַזאַ מין עק ווי דאָ איז?...


אפֿשר האָט שטערנבערג געטראַכט, אַז ס׳איז בעסער צו זײַן דער ייִדיש־קיניג אין בוקאַרעשט, ווי "אַ פֿעדער קריצנדיקער ייִד" אין איינעם פֿון די דרײַ דעמאָלטיקע ייִדיש־צענטערס? אויב אַזוי האָט ער זייער באַשיידן געשאַצט זײַן אייגענעם פּאָעטישן טאַלאַנט. פֿון קאַלעאַ וואַקאַרעשט, און — ברייט גענומען — פֿון דער ייִדישער גאַס אין רומעניע, האָט ער געשעפּט די שעפֿערישע כּוחות. די ייִדישע רומעניע איז געווען דער פֿרוכטבאַרער באָדן פֿאַר זײַן דיכטונג, פֿאַר זײַן גײַסט, פֿאַר זײַן באַגײַסטערונג. זײַן פּאָעזיע, אַפֿילו די סאַמע מאָדערניסטישע לידער, האָט אַ היימלאַנד, זי איז פֿאַרוואָרצלט אין דער בעסאַראַבער ערד, וווּ "אָנגעפּעלצטע שאָטנס" פֿון זײַנע טויטע זיידעס פֿאָרן אין אַן אייגענעם שליטן.
א. שטייבאַרג (רעכטס) און י. שטערנבערג,
טשערנאָוויץ
זי איז פֿאַרוואָרצלט אין רומעניע, אין בוקאַרעשט. דער דיכטער האָט געוואָלט, אַז די ייִדישע וועלט זאָל אים הערן פֿון דעם קיניגלעכן טראָן, אויף וועלכן ער איז געזעסן אין בוקאַרעשט.

דער גרויסער רוסישער פּאָעט סערגיי יעסענין האָט געזאָגט, אַז "אַ פּאָעט דאַרף האָבן אַ היימלאַנד". יעקבֿ שטערנבערג האָט געהאַט און ניט געוואָלט זיך צעשיידן מיט זײַן פֿיזישן און גײַסטיקן היימלאַנד. אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט איז מסתּם גערעכט, שרײַבנדיק אין אַרטיקל "דרײַ סך־הכּלען": "שטערנבערג איז געקומען פֿון דער פֿרעמד און איז אין תּוך געבליבן פֿרעמד דער סאָוועטיש־ייִדישער שרײַבערישער סבֿיבֿה". איך מיין אָבער, אַז פֿרעמד וואָלט ער געבליבן אי אין וואַרשע, אי אין ניו־יורק. וווּ וואָלט ער ניט געווען פֿרעמד דער אינטעלעקטועלער פּאָעט־באָדלעריסט? אַפֿשר אין פּאַריז? אַגבֿ, בוקאַרעשט פֿלעגט מען דעמאָלט רופֿן "דער קליינער פּאַריז".

כּדי צוגעבן דעם אַרטיקל אויך אַ ליריש־ראָמאַנטישע פֿאַרב, וויל איך ציטירן די באַוווּסטע ייִדישע שוישפּילערין חיהלע גראָבער (1898—1978). אינעם ביכל "מײַן וועג אַליין", קאַפּיטל "רומעניע — יעקבֿ שטערנבערג", דערציילט זי וועגן אירע גאַסטראָלן אין רומעניע, וווּ דער "שיינער, צאַרטער, טאַלאַנטירטער פּאָעט־רעזשיסאָר יעקבֿ שטערנבערג" איז געווען בײַ איר אַ מין אימפּרעסאַר. בײַם פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד האָט ער זי באַגלייט. זי שרײַבט: "איך בין געשטאַנען אין לעצטן וואַגאָן און געקוקט ווי די איינזאַמע פֿיגור פֿאַרשווינדט. וואָס זײַנען געווען די שטאַרקע כּוחות, אָדער גאָר די שוואַכקייט, וואָס האָט ניט דערלאָזט יעקבֿן מיטצופֿאָרן מיט מיר?!..." חיהלע גראָבער האָט דעמאָלט געוווינט אין פּאַריז...

"שנײַדן אַדורך די שטאָט אין פּראָפֿיל..."
די פֿאַרשוואַרצטע ווערטער אין דער שורה זײַנען דער טיטל פֿון יעקבֿ שטערנבערגס ערשטלינג־ביכל: "שטאָט אין פּראָפֿיל" (לידער און גראָטעסק). דעם טיטל האָט געגעבן דאָס ליד מיט דעם זעלבן נאָמען:

שטאָט —
דו שטייסט צו מיר אין פּראָפֿיל,
סאַמע
ווי אַ יענע וואַקסענע דאַמע
אויפֿן אײַזערנעם קנאַפֿל
אינעם לונאַפּאַרק.

אי מיט ליבע, אי מיט האַס
כ’נעם די ביקס, וויל טרעפֿן רק
אינעם מעכאַניזם פֿון דײַן קאַרק —
זאָלסט צו מיר אויסדרייען זיך: En fase.

דאָס בוך לידער איז אַרויסגעלאָזט אין בוקאַרעשט, 1935. איבער דעם טיטל פֿון בוך און טיילווײַז דעם אינהאַלט, האָט מען כאַראַקטעריזירט י. שטערנבערגן ווי אַ פּאָעט־אורבאַניסט. דער מחבר איז דעמאָלט אַלט געווען 45 יאָר! שפּעטלעך איז אַרויס זײַן בוך.
פֿון רעכטס:
י. שטערנבערג, א. שטייבאַרג, מ. אַלטמאַן און א. מאַנגער,
טשערנאָוויץ
ניט אומזיסט האָט יעקבֿ באָטאָשאַנסקי אין דעם העכער ציטירטן ביכל געשריבן: "עס וואָלט שוין צײַט געווען, אַז די וועלט זאָל זיך באַקענען מיט אָט דעם אייגנאַרטיקן דיכטער, אָבער קיין איין בוך וויל ער ניט אַרויסגעבן, ער וויל אַרויסגעבן מיטאַמאָל אַלץ, וואָס ער האָט געשאַפֿן... שטערנבערג איז אַ ביסל ענלעך אויך צו אַן אײַנגעבילדעטן, וואָס וויל דווקא זיצן אויפֿן טראָן און וויל נישט אַ ביסל אַראָפּנידערן און ער וואַרט מ׳זאָל קומען און אים אָנטאָן די קרוין..." כ׳מיין, אַז דער קיניג יעקבֿ שטערנבערג האָט זיך ניט געקאָנט דערלויבן אַרויסצוגעבן קליינע זאַמלונגען לידער! ער איז געווען ענלעך צו דער לייביכע פֿון עזאָפּס משל, וועלכע געבוירט איין קינד — נאָר אַ לייב און ניט ענלעך צו דער קראָליק־"זי", וואָס ברענגט אַ צענדליק קראָליקעס מיט אַ מאָל.

דאָס בוך "שטאָט אין פּראָפֿיל" האָט אַרײַנגענומען אין זיך דאָס כאַראַקטעריסטישע פֿאַר אַלע פּעריאָדן פֿונעם דיכטערס 20־יאָריקן שרײַבן ייִדישע לידער אין רומעניע. ס’איז געווען דאָס ערשטע פֿון די צוויי סך־הכּלען־ביכער, וועלכע י. שטערנבערג האָט געבראַכט, ווי ער שרײַבט אַליין, "צו דער צענטראַלער וואָגשאָל פֿון דער אַלוועלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור."

יעקבֿ שטערנבערג האָט זיך אומגעקערט שפּעטער, שוין אין מאָסקווע, צו דער טעמע "שטאָט". אין 1963, ווערט פֿאַרעפֿנטלעכט אין "סאָוועטיש היימלאַנד" (נומ׳ 2) זײַנער אַ ציקל לידער "די פֿײַערן פֿון דער שטאָט" (מאָסקווער סויִטע):

די ווײַסע פֿײַערן, וואָס פֿלאַקערן בײַ נאַכט
אויף אַלע היגלען פֿון דער שטאָט
מיט באַנען און פֿאַבריקן אירע,
אַרום פּראָספּעקט פֿון פֿרידן מיט מײַן דירה,
וווּ כ’האָב מיר דאָ מײַן הויכפּונקט — דעם באַלקאָן...

אויפֿן אָרט פֿונעם טראָן, וועלכן ער האָט געהאַט אויף קאַלעאַ וואַקאַרעשט אין בוקאַרעשט — דער באַלקאָן אויפֿן "פּראָספּעקט פֿון פֿרידן" אין מאָסקווע...


אין יעקבֿ שטענבערגס דיכטונג געפֿינען מיר ניט קיין נאָסטאַלגישע געפֿילן צו אַ שטעטל בכלל, ניט צו זײַן באַרימטן ליפּקאַן בפֿרט. שוין אַליין דער טיטל פֿונעם בוך "שטאָט אין פּראָפֿיל" שטרײַכט אונטער — דער פּאָעט איז דער זינגער פֿון שטאָט. די שטאָט מיט אירע גרויסשטאָטיקע פֿריידן, מיט איר גרויסשטאָטיקער פּײַן איז זײַן קיניגרײַך:

וויפֿל שטאָט עס גייט אַרײַן
אין פֿענצטער מײַן,
איז שוין גענוג, אַז איך זאָל זען איר פּײַן...


דאָ מוז איך דערמאָנען י. שטערנבערגס בן־עיר, דעם פּאָעט אליעזר גרינבערג (1896—1977) אויך אַ געבוירענעם אין ליפּקאַן, וועלכער איז געווען מיט 6 יאָר ייִנגער פֿון שטערנבערגן און האָט זײַן ערשט ביכל לידער "גאַסן און אַוועניוס" אַרויסגעלאָזט אין ניו־יאָרק אין 1928. די טעמע פֿון א. גרינבערגס ביכל איז אויך אַ גרויסע שטאָט — די שטאָט ניו־יאָרק. דאָך, עפֿנט זיך עס מיט אַ פּאָעמע: "ליפּקאַן מײַן היים":

...געדענק איך דײַנע לויטערע פֿאַרנאַכטן,
די טשערעדע, די דוינע פֿון טשובאַן
און גוט איז מיר אַמאָל פֿון דיר צו טראַכטן —
דו פּינטעלע, דו ליכטיקס, מײַן ליפּקאַן...


"יעקבֿ שטערנבערג, אַ שאָטן אין פֿראַק..."
דער פּאָעט איז געווען אין בוקאַרעשט אַ באָהעמישע פֿיגור, אַ ביסל אַ פֿראַנט, אַ דאָן־זשואַן. יחיאל שרײַבמאַן אין זײַן ראָמאַן "זיבן יאָר מיט זיבן חדשים" מאָלט אַזוי שטערנבערגס פּאָרטרעט: "שטערנבערג האָט אומגעשפּאַנט אויף די בוקאַרעשטער גאַסן אַן עלעגאַנטער און שטאָלצער, האָט זיך געדאַכט, ווי אַ קיניג אין זײַן קיניגרײַך". דער קאָמפּאָזיטאָר מאָטל פּאָליאַנסקי אין זײַן בוך "אַ לויב דעם מענטש", שרײַבט וועגן שטערנבערגן אַזוי: "אַ קראָסאַוועץ מיט אַ לייבנקאָפּ און מיט קלאַסיש געטאָקטע אַריסטאָקראַטישע געזיכטשטריכן". ווי אַזוי זשע נאָך קאָן זײַן אָנגעטאָן יעקבֿ שטערנבערגס שאָטן, אויב ניט אין אַ פֿראַק!

האָט דאָ פֿאַרטראַכט אַ פּורים־שפּיל, אַ נאַכט ווי בײַ פּרצן אויפֿן אַלטן מאַרק...

די צוויי שורות פֿון אַלכּסנדר שפּיגלבלאַטס ליד גיבן אָנצוהערן וועגן יעקבֿ שטערנבערגס טעאַטעראַלער טעטיקייט, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן אין רומעניע אין 1917. צוערשט, האָט ער אָרגאַניזירט אין בוקאַרעשט אַ "רעוויו־טעאַטער", וואָס איז געווען דאָס סאַמע ערשטע פֿון דעם מין אין ייִדיש. דערנאָך איז ער געווען דער קינסטלערישער אָנפֿירער פֿון דער "ווילנער־טרופּע" אין איר רומענישן פּעריאָד, 1924—1927. ער האָט פֿאַרטראַכט און אויפֿגעפֿירט אַזוינע ספּעקטאַקלען ווי "אויפֿן בוידעם איז אַ יריד", "הערשל אָסטראָפּאָלער", "ראָזשינקעס מיט מאַנדלען" אאַז״וו. אין 1930, האָט שטערנבערג — "דער וואַכטאַנגאָוו פֿון ייִדישן טעאַטער", ווי מע פֿלעגט אים רופֿן, געשאַפֿן "ביטס" — בוקאַרעשטער ייִדישע טעאַטער־סטודיע. אין רעפּערטואַר פֿון "ביטס" זײַנען געווען: י. ל. פּרצעס "בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק", שלום־עליכמס "דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער". אָט וואָס ס’האָט געשריבן משה בראָדערזאָן וועגן שטערנבערגס ספּעקטאַקל "דער זינגער פֿון זײַן טרויער" פֿון אָסיפּ דימאָוון:

"פֿאַר אונדזערע אויגן אַנטפּלעקט י. שטערנבערג די מעגלעכקייטן פֿון ייִדישן טעאַטער... אַ פּרעכטיקע, וווּנדערלעכע פֿאָרשטעלונג, פֿון וועלכער עס שטראָמט אַרויס מיט עכטן, לעבעדיקן גינגאָלד פֿון טאַלאַנט; פֿון וועלכער עס שפּרודלט מיט זיבן זונען פֿון קרישטאָלענעם, דיכטערישן ווילן; פֿון וועלכער עס וויל זיך וויינען פֿאַר גוטסקייט, פֿאַר תּמימות. טײַערער יעקבֿ שטערנבערג, אַ דאַנק דיר."

"אַ קול צעכליפּעט זיך אין ׳ליפּקאַן של מעלה׳"
מיט וואָס פֿאַר אַ טיטלען איז נאָר ניט געווען געקרוינט דאָס בעסאַראַבער שטעטל ליפּקאַן. ליפּקאַן, אין וועלכן ס’זײַנען געבוירן געוואָרן דער העברעיִשער שרײַבער יהודה שטיינבערג, די "דרײַ גדולים" די "אָלימפּישע טריאָ":
יעקבֿ שטערנבערג בײַם שרײַבטיש, 1968
אליעזר שטיינבאַרג, משה אַלטמאַן, יעקבֿ שטערנבערג, דער דיכטער אליִעזר גרינבערג, די שרײַבערין וועראַ האַקען... דאָס צעטל קאָן מען נאָך ממשיך זײַן (זע "ליפּקאַן פֿון אַמאָל"). ח. נ. ביאַליק האָט אָנגערופֿן דאָס שטעטל ליפּקאַן "דער בעסאַראַבער אָלימפּ", חיים לעקער: "ליפּקאַן איז די וויג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער נײַער רומעניע". דבֿ סדן: "אַ שם־דבֿר איז ליפּקאַן געוואָרן אין אונדזער מאָדערנער ליטעראַטור". אירמע דרוקער: "אין ליפּקאַן איז געשען דער נס פֿון פֿיר. פֿיר שרײַבער, פֿיר באַדײַטנדיקע שרײַבער זאָלן אַרויסקומען פֿון איין שטעטל, — אַזוינס איז נאָך ניט געהערט געוואָרן און אַזוינס איז נאָך ניט געזען געוואָרן אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. שהחיינו נאָך שהחיינו."

אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט שאַפֿט אין די הימלען אַ "ליפּקאַן של מעלה", לויט דער אַנאָלאָגיע מיט "ירושלים של מעלה". אויב פֿאָרזעצן די דאָזיקע אַנאָלאָגיע און נעמען דעם פּירוש פֿון תּלמוד: "אמר הקב"ה: לא אבוא בירושלים של מעלה עד שאבוא לירושלים של מטה." גאָט האָט געזאָגט: כ׳וועל ניט אַרײַן אין ירושלים של מעלה ביז כ’וועל ניט אַרײַן אין ירושלים של מטה". איז אַפֿשר דאָס קול אין "ליפּקאַן של מעלה" וועט כליפּען ביז מיר וועלן ניט עפֿענען אַ ליטעראַרישן מוזיי, ניט שטעלן אליעזר שטיינבאַרגן, יעקבֿ שטערנבערגן, משה אַלטמאַנען אַ דענקמאָל, אין דעם געבענטשטן שטעטל ליפּקאַן של מטה...

Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב