Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

האַרבסט 2008 — ווינטער 2009                              FALL 2008 - WINTER 2009




אַ געשטאַלט אויפֿן אַמעריקאַנער ייִדישן פּייסאַזש


דוד ראָסקעסעס "ייִדישלענדער"


David G. Roskies is the Sol and Evelyn Henkind Chair in Yiddish Li­te­ra­tu­re at the Jewish Theo­­lo­gi­cal Seminary. In his new book Yid­dish­lands (Way­ne State Uni­ver­si­ty Press) he re­vi­sits his and his fa­mi­ly’s past and ex­plo­res the Yid­dish ex­pe­­rien­ce and his­­to­­ri­­cal events of the last cen­tury. The book is in the cen­ter of his conver­sa­tion with Gen­nady Es­traikh. דוד-הירש ראָסקעס איז פּראָ­פֿע­סאָר פֿון ייִדישער לי­טע­ראַ­טור בײַם ייִדישן טעאָ­לאָ­גישן סעמינאַר (זײַן שטעלע טראָגט דעם נאָמען פֿון סאָל און עוועלין הענקינד). זײַן נײַ בוך, וואָס הייסט "ייִדישלענדער" און איז אַרויס אין פֿאַרלאַג פֿון "וויין סטייט יוניווערסיטי", שטעלט מיט זיך פֿאָר ניט נאָר זכרונות פֿון זײַן לעבן און פֿון זײַן משפּחה, אָבער ס׳איז אויך אַן אַנאַליטישער קוק אויף די דער­פֿאַרונגען און גע­שעע­נישן פֿונעם פֿאַר­גאַנגענעם יאָר­הונ­דערט. דאָס בוך געפֿינט זיך אין צענ­טער פֿון פּראָפֿ׳ ראָסקעסעס שמועס מיט גע­נאַדי עסט­רײַך.


עסטרײַך: איך האָב געפֿונען אָט אַזאַ ציטאַט פֿון יוסף אָפּאַטאָשו. ער האָט עס געזאָגט אין סעפּטעמבער 1937 בעת דעם פּאַריזער קולטור-קאָנגרעס, וואָס האָט געשאַפֿן דעם "איקוף". ווי איך פֿאַרשטיי איז אין יענער צײַט אַרײַן אין באַנוץ דער באַגריף פֿון "ייִדישלאַנד". אָפּאַטאָשו זאָגט אַזוי: "‘אַשכּנז’ האָט אויפֿגעהערט צו זײַן אַ געאָגראַפֿישער באַגריף, ס׳איז געוואָרן אַן אידעיִשער, ס׳איז געוואָרן ‘ייִדישלאַנד’." מע קען עס, אפֿשר, אַנטוויקלען ווײַטער: בעת אַשכּנז איז געווען באַפֿעלקערט דורך ייִדן, האָט "ייִדישלאַנד" אַן אַנדער מין באַפֿעלקערונג, דהײַנו: ייִדישיסטן. און דײַן בוך הייסט אפֿילו "ייִדישלענדער". וועגן וועלכע "לענדער" שרײַבסטו?

ראָסקעס: דאָס בוך איז טאַקע אײַנגעטיילט אין דרײַען. דער גרעסטער טייל געשעענישן קומט פֿאָר אין מיזרח-אייראָפּע, וווּ ס׳פֿאָלק האָט גערעדט ייִדיש. דאָס זײַנען די מעשׂיות, וואָס די מאַמע האָט מיך געקאָרמעט מיט זיי דרײַ מאָל אַ טאָג אין משך פֿון זיבעצן יאָר.
דער קליינער דוד מיט זײַן מאַמען, מאָנטרעאָל, 1956
איך בין דער מיזיניק און בין געזעסן בײַם טיש און אויסגעהערט אירע מעשׂיות וועגן ווילנע און איר יוגנט, און וואָס ווײַטער. האָט זיך בײַ מיר אויסגעקריסטאַליזירט אַזאַ מין בילד: ביז דער ערשטער וועלט-מלחמה האָבן טאַקע אַשכּנזישע ייִדן, בפֿרט אין מיזרח-אייראָפּע, מיט זיך פֿאָרגעשטעלט איין קיבוץ. אמת, אײַנגעטיילט זײַנען זיי געווען אין דרײַ שבֿטים, וואָס אונדזער שבֿט האָט געהייסן "ליטוואַקעס". מיר, ליטוואַקעס, זײַנען — זעלבסטפֿאַרשדענדלעך — געווען דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל. און די מאַמע איז געבוירן געוואָרן אין ירושלים-דליטא. קום איך דאָך פֿון דער סאַמע סמעטענע, בין איך דאָך אַן אויסדערוויילטער.

אַז מיזרח־אַשכּנז איז געווען איין געאָגראַפֿישער תּחום האָב איך געקענט פֿאַרשטיין פֿון די מעשׂיות אַליין, ווײַל אַלע געאָגראַפֿישע גרענעצן זײַנען אין זיי געווען אָפּגעשאַפֿן. ניט געווען קיין שום מחיצה צווישן ווילנע און מינסק, און כאַרקאָוו, פּעטערבורג און טשערנאָוויץ — אומעטום איז מען געפֿאָרן, און אומעטום איז מען געווען און אומעטום האָט מען געקענט זיך אויסלעבן אויף דער ייִדישער שפּראַך. אַ חוץ דעם קום איך פֿון אַ פֿאַמיליע פֿון פֿאַרלעגערס. די מאַץ-דרוקערײַ איז געווען מײַן באָבעס פֿאַרלאַג, וואָס זי האָט איבערגענומען. אין איינעם פֿון די קאַפּיטלען באַשרײַב איך ווי מיר זײַנען דורכגעפֿאָרן אַ וועלט און אומעטום געפֿונען ספֿרים פֿון דער מאַץ-דרוקערײַ, ניט נאָר אין פּוילן, אָבער אַזש אין אוזבעקיסטאַן — ווער רעדט שוין פֿון באַרדיטשעוו. איז דאָס דער בעסטער באַווײַז, אַז אָט די ספֿרים האָבן באַדינט גאַנץ אַשכּנז.

אָבער שוין אין די צוואַנציקער יאָרן זעען מיר, ווי ייִדישלאַנד ווערט אײַנגעטיילט אין פּאַרטייען. בײַ דער מאַמען, אין אירע מעשׂיות, איז זייער קלאָר אַז די גרעסטע מחיצה איז די גרענעץ צווישן פּוילן און דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, ווײַל ווער עס שוואַרצט די גרענעץ, ווער עס פֿאַָרט אַריבער אויף יענע זײַט, פֿאַרשווינדט אויף אייביק. אַזוי, למשל, דערציילט זי וועגן איר פּלימעניצע, ועל־כּולם, וועגן דעם גרויסן ליטעראַטור־פֿאָרשער, מאַקס עריק, וואָס איז אַוועק מיט אַ טראַסק פֿון ווילנע. שפּעטער דערוויס איך זיך, וואָס מיט אים איז געשען. איך דערצייל אויך וועגן מײַן מאַמעס שול־חבֿרטע איטאַ ראָזענשײַן, וואָס האָט חתונה געהאַט מיט עריקן און איז יונגערהייט געבליבן אַן אַלמנה. הייסט עס, אַז ס‘איז געווען ניט נאָר איין ייִדישלאַנד, נאָר לכל-הפּחות צוויי.

דער צווייטער טייל פֿון בוך קומט פֿאָר אין מאָנטרעאָל. און ס׳הייבט זיך אָן די מעשׂה פֿון דאָס ס‘נײַ, ווײַל ניט געקוקט אויף די קריגערײַען און שפּאַלטונגען בײַ די לעבן־געבליבענע ייִדישיסטן, האָבן זיך פֿונדעסטוועגן פֿאַראייניקט די כּוחות, און ס׳האָט זיך געשאַפֿן אַ נײַער קאָלעקטיוו. יאָ, ס‘זײַנען געווען קאָמוניסטן. מע האָט גוט געוווּסט ווער סע געהערט צו יענעם לאַגער, און ווער ס׳איז אַ בונדיסט. איך בין דאָך געווען דער "בורזשוּי". כ׳האָב געוווינט אין אַ גרויס הויז אויפֿן באַרג. אָבער אונדז האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ יוגנט-באַוועגונג, דעם "יוגנטרוף‟.

גלײַכצײַטיק איז געבליבן אַ טיפֿער ריס, דער דורות-ריס. אין אַמעריקע האָבן יונגע מענטשן זיך ניט באַנוצט מיט ייִדיש. דער עלטערער דור יאָ, און דער יונגער דור... וואָס ייִנגער — אַלץ מער אָפּגעווײַטערט איז מען געווען. דער געדאַנק וואָס מיר איז אויפֿגעקומען צו פֿופֿצן יאָר, צו גיין קעגן דעם שטראָם, קעגן דער געשיכטע, איז געווען געבויט אויף אָט דעם יסוד: ניט געקוקט דערויף וואָס על-פּי לאָגיק דאַרף מען ניט די שפּראַך — אַלע אין אונדזערע יאָרן האָבן זיך שוין לאַנג, לאַנג אָפּגעטרייסלט פֿון איר — דווקא דערפֿאַר דאַרף זי אונדז ווערן אייגנס.
דוד ראָסקעס, 1970
און מיר דאַרפֿן איבערשמעלצן דאָס וואָס מיר האָבן געקראָגן פֿון דעם עלטערן דור, ניט געקוקט דערויף וואָס ער האָט אין אונדז ניט געגלייבט. יאָ, זיי האָבן אונדז געלערנט און געהאָדעוועט, אָבער גלייבן אין אונדז האָבן זיי ניט געקענט, ווײַל מיר זײַנען געווען הי־געבוירענע. וואָס קענען מיר, נעבעך, אויפֿטאָן?

דער לעצטער טייל פֿונעם בוך קומט שוין פֿאָר ווען איך פֿאַרלאָז די היים און זוך די שפּורן פֿון דער אַלטער היים. איך זוך ווילנע. איך זוך ווילנע אין תּל־אָבֿיבֿ און אין ירושלים. איך זוך ווילנע אין סאָמערוויל, מאַסאַטשוסעטס. איך זוך ווילנע אין ווילנע גופֿא. מע שיקט מיך אויף אַ שליחות אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. איך קום אָן אין מאָסקווע און לענינגראַד, אין ריגע און ווילנע אין 1971. שפּעטער, זוך איך ווילנע אין פּוילן, אין אָנהייב 90ער יאָרן, איך זוך ווילנע ניו־יאָרק, און צום סאַמע סוף קער איך זיך אום אַהיים. דאָס בוך ענדיקט זיך וווּ ס‘הייבט זיך אָן — בײַ זיך אין דער היים. איך זיץ בײַם טיש און הער זיך צו צו דער מאַמען. אָט אַזאַ איז דער גאַנג, דער פֿאַרנעם פֿון ייִדישלאַנד אין דעם בוך.

אָבער איך באַטאָן דעם לשון-רבים: ייִדישלענדער. ייִדיש, הייסט עס, באַשטייט פֿון אַ סך לאַנדשאַפֿטן — היסטאָרישע, געאָגראַפֿישע און אידעיִשע. ווײַל איך קום פֿון אַזאַ משפּחה און ווײַל איך בין אויפֿגעוואַקסן אין מאָנטרעאָל, וווּ די שול-סיסטעם און די קולטור-אינסטאַנצן זײַנען אָנגעפֿירט געווען, דער עיקר, פֿון ליטוואַקעס, שפּילט ליטע די עיקרדיקע ראָלע. דאָס בוך הייבט זיך טאַקע אָן מיט אַ מאַפּע פֿון מיזרח־אַשכּנז, וווּ ליטע ווערט ספּעציעל אַרויסגעהויבן.

עסטרײַך: די צווייטע פֿראַגע איז אַזאַ: מיט אַ האַלב יאָר צוריק ביסטו געקומען צו אונדז, אין ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, צו געבן אַ סעמינאַר. דאָס איז געווען איינע, פֿון די זעקס סעמינאַרן, געפֿירט אויף ייִדיש, וואָס מיר האָבן געהאַט אין יענעם זמן. און ווען דו ביסט געקומען, איז עס געווען אַ קאָפּווייטיק פֿאַר מיר, ווײַל איך האָב געדאַרפֿט איבערטראָגן דײַן סעמינאַר אין אַ גרעסערן צימער — ס׳איז געקומען אַ גרויסער עולם. און דערנאָך האָט מען געפּראַוועט דײַן יוביליי, און עס זײַנען געקומען הונדערעטער מעטשן. וויל איך פֿרעגן בײַ דיר און איך וויל דיך בעטן אָפּצוּוואַרפֿן באַשיידינקײט בײַם ענטפֿערן אויף מײַן פֿראַגע: אין וואָס באַשטייט דער סוד פֿון דײַן פּאָפּולערקײט? דו ביסט דאָך, אפֿשר, דער פּאָפּולערסטער לערער אויף דער ייִדישער לאַנדשאַפֿט, אין ניו־יאָרק און ניט נאָר אין ניו־יאָרק.

ראָסקעס: נו, גוט, לאָמיך אָננעמען די שבֿחים. איך נעם עס אָן פֿאַר ליב. ס׳הייבט זיך אָן ווידער אין מאָנטרעאָל. דאָרטן האָב איך אָנגעהויבן מײַן "קאַריערע" אויף דער ייִדישער בינע. איך בין געוואָרן אַ שוישפּילער צו דרײַצן יאָר. דער טעאַטער, אַגבֿ, עקזיסטירט ביזן הײַנטיקן טאָג. דעמאָלט איז עס געווען אונטער דער רעזשי פֿון דאָרע וואַסערמאַן, הײַנט איז עס אונטער דער רעזשי פֿון איר טאָכטער, ברײַנע וואַסערמאַן.
דוד ראָסקעסעס נײַ בוך „ייִדישלענדער”
איך האָב געשפּילט שלמהלע אין שלום אַשס "קידוש-השם‟. און אויף מאָרגן האָב איך באַקומען די ערשטע רעצענזיע פֿון ישׂראל ראַבינאָוויטש. דער רעדאַקטאָר פֿון "קאַנאַדער אָדלער", אַ ליטוואַק, פֿאַרשטייט זיך, האָט געזאָגט, אַז דודל ראָסקעס שפּילט אויף דער בינע ווי אַ פֿיש אין וואַסער. דאָס איז געווען אַ מאָדנער מעטאַפֿאָר, אָבער ניט וויכטיק.

איך האַלט און איך זאָג עס מײַנע גראַדויִר-סדודענטן, אַז לערערײַ איז טעאַטער אין בעסטן זינען פֿונעם וואָרט. דו ביסט דער רעזשיסאָר, דו ביסט דער דראַמאַטורג, דו ביסט דער שוישפּילער. דו האָסט אָנגעשריבן דעם סצענאַר, און דער עולם מוז, נעבעך, זיצן אויף אַן אָרט און אַפּלאָדירן. דער עולם האָט ניט קיין ברירה, און ווי באַלד דו שטייסט שוין דאָרטן, דאַרפֿסטו וויסן ווי צו שפּילן. אָפֿט מאָל ווער איך מיטגעריסן מיט דעם וואָס איך לערן און פֿונעם קלאַס ווערט אַ דראַמאַטישע אויפֿפֿירונג.

וועגן דעם קען איך דערציילן אַ קאָמישן אַנעקדאָט: ס‘האָט זיך געלערנט בײַ מיר אַ יונגער לינגוויסט פֿון דענמאַרק — ער איז געווען אַ פֿרײַער צוהערער, אַ גערמאַניסט. ער האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדיש און ער האָט געלערנט בײַ מיר אפֿשר איין זמן אָדער מער. אַלע פּאָר יאָר לערן איך אַ ציקל לעקציעס: די געשיכטע פֿון דער ייִדישע ליטאַראַטור. אָבער איך מוז וואַרטן ביז איך האָב פֿינף אָדער זעקס חבֿרה, וואָס זײַנען גענוג באַהאַוונט צו הערן לעקציעס אויף ייִדיש. הקיצור, נאָכן קלאַס, לויפֿט דער גערמאַניסט מיר נאָך און זאָגט: "פּראָפֿעסאָר ראָסקעס, איך מוז מיט אײַך רעדן‟. זאָג איך: "אַדרבה, קומט אַרײַן.‟ "זאָגט מיר דער אמת: צי איז דאָ אַ ייִדישער שרײַבער, וואָס איר האָט פֿײַנט?‟ וועגן יעדן שרײַבער פֿאַל איך אַרײַן אין אַזאַ התפּעלות, אין אַזאַ התלהבֿות, אַז מ‘קען מיינען, אַז דאָס איז דער גרעסטער שרײַבער וואָס האָט נאָר עקזיסטירט. קען ער ניט פֿאַרשטיין. ווי קומט עס? סטײַטש?

עסטרײַך: דו פֿאַרשטייסט, אַז איך בין אַ גרינער אויף דער אַמעריקאַנער בינע. ווייניקער ווי מיט זעקס יאָר צוריק האָב איך אָנגעהויבן לערנען דאָ. אַלע מאָל פֿרעג איך די סטודענטן (כאָטש איך ווייס שוין דעם ענטפֿער), וועלכע נעמען פֿון ייִדישע שרײַבער זײַנען זיי באַקאַנט. אַלע מאָל הער איך די זעלבע זאַך: שלום-עליכם (צוליב דעם "פֿידלער אויף דעם דאַך") און באַשעוויס. ווי אַ נאַר בין איך געווען זיכער, אַז באַשעוויסן האָבן זיי געלייענט אויף ענגליש. לאָזט זיך אויס, אַז ס׳איז בײַ זיי פּשוט נאָָר אַ נאָמען. ווי אַזוי פֿאַרשטייסטו דעם מצבֿ?

ראָסקעס: ייִדיש אין אמעריקע עקזיסטירט נאָר ווי אַ פּאָפּולערע קולטור, ניט ווי אַ הויכע קולטור. זוכט מען ניט קיין ליטעראַרישע מײַסטערווערק צי אַפֿילו טשיקאַווע ווערק אויף ייִדיש, ווײַל מע בענוגנט זיך מיטן אָפּפֿאַל. לאָמיך עס זאָגן גאַנץ אָפֿן: די ראָלע פֿון ייִדיש אין אַמעריקע איז "לויט תּורת-משה". דהײַנו, לויט משה איינס, משה צוויי און משה דרײַ. משה איינס איז מײַקל וועקס; משה צוויי איז מײַקל שעבאָן און משה דרײַ איז מײַן חבֿר און שכן, מיישקע אַלפּערט. איטלעכער פֿון זיי פּריידיקט פֿאַרשיידענע "תּורות", וואָס איז פֿאַקטיש איין "תּורה".
דודל ראָסקעס שפּילט שלמהלע אין שלום אַשס "קידוש-השם", 1961
איינער זאָגט אַז ייִדיש איז כּולו וויצן, דער צווייטער זאָגט, אַז ייִדיש איז כּולו גענגסטערס, און דער דריטער זאָגט, אַז ייִדיש איז כּולו קלעזמער-מוזיק. און פֿאַרן ברייטערן עולם איז דאָס גענוג. זוכט מען ניט קיין באַשייד פֿאַר דער אייגענער עקזיסטענץ אין ייִדיש.

איך רעדאַקטיר אַ ביבליאָטעק, וואָס זי הייסט "ניו ייִדיש לײַברערי‟. גייט אַרויס אין דער סעריע אַ נײַע איבערזעצונג פֿון "מנחם-מענדל‟ און "מאָטל פּייסי דעם חזנס‟ אין איין באַנד. מנחם־מענדל איז הײַנט מער אַקטועל ווי ווען ניט איז — ס׳רעדט זיך וועגן דער בערזע, וועגן קאַפּיטאַליזם, און וואָס נאָך אין דער קאָרט. מאָטל פּייסי דעם חזנס איז דער ערשטער גרויסער ראָמאַן וועגן דער מאַסן-עמיגראַציע קײן אַמעריקע, געשריבן פֿון דעם קוקווינקל פֿון אַ קינד. האָבן מיר זיי אַרויסגעגעבן און — ס׳איז גאָרנישט געשען! אָן אַן אָפּקלאַנג! דאָס איינציקע בוך, וואָס האָט געהאַט עפּעס אַן אָפּרוף, איז דער באַנד דערציילונגען פֿון ל. שאַפּיראָ. עס הייסט "‘דער צלם’ און אַנדערע ייִדישע דערציילונגען‟. און דאָס איז פֿאַרשטענדלעך, ווײַל שאַפּיראָ איז דער מײַסטער פֿון דער פּאָגראָם־נאָוועלע, און זײַן סטיל איז אין גאַנצן וועלטלעך און ניכטער.

עסטרײַך: אָבער אויב מיר וועלן זיך צוריקקערן צו דעם עולם, וואָס איז געקומען צו דיר אויפֿן יוביליי, די הונדערטער מעטשן וואָס קומען אין אַנדערע ערטער, וווּ מע באַשעפֿטיקט זיך מיט ייִדיש. צי האָסטו אַ סאָציאַלן, קולטורעלן אימאַזש פֿון די יונגע מענטשן, וועלכע ווערן ממש פֿאַרליבט אין ייִדיש?

ראָסקעס: זיי פֿאַרשטייען, אַז אין ייִדישלאַנד איז מען פֿרײַ. דאָס איז אַ פֿרײַע וועלט, וווּ מע דאַרף ניט מורא האָבן פֿאַר קיינעם, ווײַל ... קיינער פֿאַרשטייט במילא ניט וואָס מע רעדט! אָבער ערנסט גערעדט, מיין איך, אַז זיי דערשפּירן עפּעס אַן עכטקייט אין ייִדיש און אין ייִדישער קולטור. אין אַ ייִדישן ראָמאַן, אָדער פּיעסע, אָדער ליד, געהערט די גאַנצע וועלט צו ייִדן, מיט אַלע אונדזערע מעלות און חסרונות.

דאָס וואָס איז בלײַביק אין דער ייִדישער ליטעראַטור פֿאַרקוקט זיך ניט אויף יענעם. די ווערק לייענען זיך ניט ווי אַ מינאָרע ליטעראַטור. אונזערע בעסטע שרײַבערס, דראַמאַטורגן און פּאָעטן האָבן זיך גענומען צו ייִדיש, כּדי זיי זאָלן דורך דער ליטעראַטור שטיין אין צענטער פֿון דער וועלט, און רעדן רעדן זיי אין אַ וועלטלעכער שפּראַך וועגן זייערע אייגענע אינטערעסן, טענות און פּראָבלעמען.

די יונגע חבֿרה, די סטודענטן וואָס איך לערן, האָבן כּמעט אַלע זיך אויסגעלערנט ייִדיש אין אוניווערסיטעט. קומען זיי פֿון דער פֿרעמד און זיי דערשפּירן עפּעס אַן אינעווייניקסטע פֿרײַהייט, בונטאַרישקייט — יענע אָפֿענע גרענעצן אין צײַט און רוים, וואָס האָבן מיך אַזוי פֿאַרכּישופֿט, זיצנדיק בײַ דער מאַמען בײַם טיש.

לאָמיר אויך געדענקען, אַז פֿון אַלע "איזמען" איז געבליבן דער פֿעמיניזם. אַלע אַנדערע "איזמען" — אויף ווי ווײַט איך קען זען אויף דער ייִדישער גאַס וווּ איך לעב זיך אויס — איז דאָס דער איינציגער "איזם", וואָס איז הײַנט גילטיק.
דוד ראָסקעס אין פּעטערבורג
ייִדיש איז ניט נאָר אַ מאַמע-לשון. ייִדיש איז די ערשטע שפּראַך, וווּ די ייִדישע פֿרוי איז געקומען צום וואָרט. און דאָס באַלד דערקענען זיי, די יונגע — אַ שטים, וואָס זיי האָבן קיין מאָל ניט געהערט. אין דער ענגלישער שפּראַך וועלן זיי דאָס קיין מאָל ניט געפֿינען, ווײַל אין דער אַמעריקאַנישער ייִדישער ליטעראַטור איז דאָ די "ייִדישע מאַמע", וואָס זי איז בכלל אַן אַבסורד, אַ גראָטעסק־געשטאַלט. אויף ייִדיש, להיפּוך, געפֿינען מיר גליקל האַמיל און סערקעלע, די באָבע יאַכנע און מירעלע אפֿרת, ווער רעדט נאָך פֿון מירל הורוויץ און לאה פֿון "דיבוק‟, ביז מע קומט אָן צו דער גאַנצער פּלעיאַדע ייִדישע פּאָעטעסעס. איך לערן מיט די סדודענטן איצט אַ קורס פֿון מאָדערנער ייִדישער ליריק, וווּ ייִדישע דיכטערינס שפּילן אַ געוואַלדיק גרויסע ראָלע.

עסטרײַך: איך האָב נאָך צוויי פֿראַגעס. איין פֿראַגע איז: וואָס מיינסטו פֿעלט פֿון דעסטוועגן אין דעם וואָס ס‘קומט פֿאָר מיט ייִדיש הײַנט צו טאָג? די צווייטע פֿראַגע: וואָס וואָלט מען געדאַרפֿט נאָך טאָן, כּדי עפּעס צוּגעבן, צוציִען נײַע מענטשן?

ראָסקעס: אַ חסרון פֿון אַקאַדעמישן לימוד בכלל איז דאָס וואָס אַלץ איז צעפּיצלט לויט דיסציפּלינען. ייִדיש וואָלט געדאַרפֿט אַריבער אַלע גרענעצן און דינען אַלע דיסציפּלינען.

צווייטנס, מוז מען בויען אַ בריק צווישן די וועלטלעכע און די פֿרומע. מיר פֿאַרשטייען איצטער, אַז ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך וועט ייִדיש לעבן ווײַטער בײַ די חסידישע ייִדן און ניט בײַ דעם וועלטלעכן סעקטאָר, סײַדן אין קליינטשיקע גרופּעס. הייסט עס, אַז מיר דאַרפֿן אָנהייבן זוכן אַן אופֿן ווי אַזוי מקרבֿ צו זײַן די צוויי מחנות. איך פֿלעג אַלע יאָרן זיך אויסלאַכן פֿון זיי, ווײַל זייער ייִדיש איז אַזאַ צעקאַלעטשעטער, ניט־גראַמאַטישער, אָבער איך בין געקומען צום אויספֿיר, אַז מיט גרויס עקשנות האָבן זיי אויפֿגעטאָן עפּעס אין גאַנצן אומגעריכט, דהײַנו: אויפֿגעהאָדעוועט צוויי דורות, וואָס זייער מאַמע-לשון איז ייִדיש — לויט אונדזער כּלל־שפּראַך אָדער ניט. פֿונדעסטוועגן איז דאָס אַ ייִדיש־וועלט, אַ ייִדישלאַנד.

דער דריטער תּחום איז ישׁראל און די תּפֿוצות. איך מיין אַז עס איז איצטער באמת אַ גינסטיקע צײַט אין מדינת-ישׁראל צו פֿאַרשפּרייטן ייִדיש, צוּ לערנען ייִדיש אויף כּלערליי אופֿנים. מע מוז איצטער קולטיווירן אָט דעם פֿרוכטיקן באָדן. אָט גייט אַרויס אין גיכן אַ פֿאָלקס־אויסגאַבע אויף העברעיִש פֿון שלום־עליכמס מעשׂיות און מאָנאָלאָגן. לאָמיר זען אויף טשיקאַוועס וואָס דער אָפּרוף וועט זײַן, טאָמער צעכאַפּט מען זי — וואָס איך האָף זייער דערויף, ווי באַלד איך בין דער רעדאַקטאָר פֿון באַנד — איז דאָס אַ סגולה, אַ סימן אַז אונדזער ייִדיש־אַרבעט האָט זיך ערשט אָנגעהויבן.

Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב