Di Tsukunft is published by:
The Congress for Jewish Culture

English



Subscription
אַבאָנירן זיך

 


רעדאַקטאָרן:

באָריס סאַנדלער
גענאַדי עסטרײַך

רעדאַקציע־קאָלעגיע:

איציק גאָטעסמאַן
מענדל גאָלדסמיט
הערשל גלעזער
חוה לאַפּין
יאָני פֿײַן
מאַרק קאַפּלאַן
ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן

פֿון דער פֿאַרוואַלטונג:

שיין בייקער
שלמה קרישטאַל



געגרינדעס אין 1892
אַרויסגעגעבן פֿונעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קולאור־קאָנגרעס
(פֿאַראייניקט מיט “ציקאָ")
אַדרעס פֿון רעדאַקציע
און פֿאַרוואַלטונג:
The Zukunft

25 East 21st Street
New York, NY 10010
(212) 505-8040



112טער יאָרגאַנג
האַרבסט 2008 — ווינטער 2009

Vol. 112
Fall 2008 - Winter 2009


אַ געשטאַלט אויפֿן אַמעריקאַנער ייִדישן פּייסאַזש: דוד ראָסקעס

דוד-הירש ראָסקעס איז פּראָ­פֿע­סאָר פֿון ייִדישער לי­טע­ראַ­טור בײַם ייִדישן טעאָ­לאָ­גישן סעמינאַר (זײַן שטעלע טראָגט דעם נאָמען פֿון סאָל און עוועלין הענקינד). זײַן נײַ בוך, וואָס הייסט "ייִדישלענדער" און איז אַרויס אין פֿאַרלאַג פֿון "וויין סטייט יוניווערסיטי", שטעלט מיט זיך פֿאָר ניט נאָר זכרונות פֿון זײַן לעבן און פֿון זײַן משפּחה, אָבער ס׳איז אויך אַן אַנאַליטישער קוק אויף די דער­פֿאַרונגען און גע­שעע­נישן פֿונעם פֿאַר­גאַנגענעם יאָר­הונ­דערט. דאָס בוך געפֿינט זיך אין צענ­טער פֿון פּראָפֿ׳ ראָסקעסעס שמועס מיט גע­נאַדי עסט­רײַך...

טשערנאָוויץ: ראָמאַנטיק און רעאַלקייט

אין משך פֿון יאָר 2008 איז ניט ווייניק געזאָגט און געשריבן געוואָרן וועגן דער טשערנאָוויצער ייִדיש־קאָנפֿערענץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט אַ יאָרהונדערט צוריק. דאָס איז געווען אַ יאָרהונדערט אָנגעזעטיקט מיט כּלערליי געשעענישן.
בעת דער עפֿענונג פֿון די "ייִדיש־טעג" אין טשערנאָוויץ, אויגוסט 2008
ס׳איז גענוג צו דערמאָנען אַז די שטאָט אַליין האָט פֿון דעמאָלט אָן עטלעכע מאָל געביטן איר "נאַציאָנאַליטעט": פֿון עסט­רײַכיש-אונגאַרישער אויף רומע­ני­שער, דערנאָך אויף אַ סאָ­ווע­טי­שער, און זינט 1991 — אויף אוקראַיִנישער...

"װערק אַרױסגעגעבענע אין אײן עקזעמפּלאַר"

איך קען זיך ניט פֿאָרשטעלן, אַז מײַן לאַנג־יאָריקער פֿרײַנד און פּען־קאָלעגע יחיאל שרײַבמאַן ז״ל האָט געקענט ירשענען פֿון זײַן טאַטן אַן אַנדער פֿאַמיליע. מיר דאַכט, אַז די פֿאַמיליע איז געװען פֿאַר אים װי ספּעציעל צוגעשניטן און ניט אײן מאָל צוגעמאָסטן. געװיס האָט מען אױך געקענט אײַנזען, אַז נאָך ביז דעם װי ער האָט זיך אָנגעהױבן דרוקן און אפֿשר נאָך פֿאַר דעם װי ער האָט אײַנגעטונקען זײַן פֿעדער אין טינטערל, האָט ער שױן פֿאַרמאָגט אַ נשמה, װאָס פֿילט, דענקט און איז פֿעיִק, װי אַן אמתער שרײַבער, דערצײלן װעגן מענטשן און זײער לעבן....

די שײַן פֿון פּנים און דאָס פּנים פֿון שײַן

אַזוי איז שוין באַשערט געווען, אַז צוויי שטעט, באַזונגען אין די באַקאַנטע און באַליבטע לידער בײַם פֿאָלק, זאָלן טיף אײַנגעוואָרצלט ווערן אינעם מאָלערס לעבן און שאַפֿן. די ערשטע שטאָט — בעלץ ("מײַן שטעטעלע בעלץ..."), דאָרט איז לעאָניד געבוירן געוואָרן אין 1956; ירושלים ("ירושלים של זהבֿ...") — דער פּונקט אויף דער וועלט־מאַפּע, וווּ ער האָט זיך באַזעצט נאָך זײַן קומען קיין ישׂראל און וווינט שוין דאָרט אַרום צוואַנציק יאָר...

מײַן נסיעה קיין צפֿון-אַמעריקע, זומער 2008

יאָשיִי היראָסע, דער פּראָפֿעסאָר פֿונעם "נאָטר דאַם סיישין"-אוניווערסיטעט אין אָקאַיאַ­מאַ (יאַפּאַן), איז ניט קיין פּנים-חדשות אין די ייִדישע סבֿיבֿות. שוין לאַנ­גע יאָרן באַ­שעפֿ­טיקט ער זיך מיט דער ייִדי­שער שפּראַך און ליטעראַטור. זײַנע איבער­­זע­צונ­גען האָבן באַ­קענט דעם יאַפּאַ­נישן לייענער מיט יצחק באַשעוויס-זינ­גערס ווערק. אין יוני-אויגוסט 2008 האָט ער זיך באַ­טייליקט אין דער ייִדישער זומער-פּראָג­ראַם אין ניו-יאָרק און אויך אַרויס­גע­טראָגט מיט אַ צאָל לעק­ציעס אין די פֿאַר­אייניק­טע שטאַטן און קאַ­נאַ­דע. מיר ברענ­גען דאָ אַן אויטאָ­רי­זיר­טע איבער­זעצונג פֿון פּראָפֿעסאָר יאָשיִי היראָ­סעס רײַזע-נאָטיצן...

דער אומבאַקאַנטער פֿאָלק־פּאָעט —
אַ מקונן פֿון חורבן

ערשט מיט אַ קורצער צײַט צוריק איז אױף ס׳נײַ אױפֿגעשװוּמען אַ פּאַפּקע מיט פֿאָטאָקאָפּירטע פֿערזן — צװײ לאַנגע, פֿיל־סטראָפֿיקע װײ־געשרײען, קלאָג־לידער װעגן די גרױלן פֿון נאַצי־חורבן, װאָס דער מחבר האָט אַלײן אױף דער אײגענער הױט דורכגעמאַכט. אײן לאַנגע קינה, 33 סטראָפֿעס די לענג, האָט דער פּאָעט אױסגעגאָסן אױף פּאַפּיר — "דער גרױזאַמער פּאָגראָם, דעם 5טן אָקטאָבער 1942... צװאַנציק שטונדן אין אײן װאַגאָן, געפֿירט צום טױט" — אָבער נישט געחתמעט און נישט דאַטירט. נאָך דער צװײטער פּאָעמע — אױך 30 אָנגעװײטיקטע סטראָפֿעס, מיטן קעפּל "אין שטעטל מאָגעלניצע, פּױלן...

די לעצטע קלעזמאָרים אין אומאַן

בערל מינזבערג איז געבוירן געוואָרן אין קיִעוו אין 1969; נאָך זײַענדיק אַ סטו­דענט פֿונעם שטאָטישן פּאָליטעכ­נישן אינס­טי­טוט, האָט ער זיך באַ­טייליקט אין דעם ייִדישן אַנסאַמבל "ניגונים‟. שפּע­טער האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדישן כאָר און געווען אַ חזן אין דער קיִע­ווער שיל.
אין אַמעריקע איז בערל פֿון יאָר 1993. זיך געלערנט דאָ חזנות אינעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט, און פֿינאַנצן — אינעם פּעיס־אוניווערסיטעט.
וווינט אין ברוקלין, ניו־יאָרק...

אָדער אַ מלאך, אָדער אַ גלח

שױן הונדערטער יאָרן פֿרעגט מען זיך, פֿאַר װאָס די אַמעריקאַנער זענען אַזױ רעליגיעז אין פֿאַרגלײַך מיט די אײראָפּעער. אין דער אַלטער הײם, װוּ די רעליגיע איז לאַנג געװען פֿאַרבונדן מיט דער מאַכט, זענען די קלױסטערס הײַנט לײדיק, בשעת אין דער נײַער װעלט זענען זײ נאָך אַלץ אָנגעפּאַקט מיט מתפּללים, װאָס שאָקלען זיך מיט עװאַנגעלישן התפּעלות...

יעקבֿ שטערנבערג — דער קיניג פֿון ייִדישער ליד

יעקבֿ שטערנבערג (1890—1973). דיכטער, טעאַ­טער־רעזשיסאָר, רעדאַקטאָר, קריטיקער, עסי­ייִסט, פּובלי­ציסט און קולטור־טוער. די בוי­לעטסטע פּערזענלעכקייט פֿו­נעם ייִדישן קי­בוץ אין בוקאַרעשט צווישן ביידע וועלט־מלחמות. ער איז געווען דאָרטן דער קיניג פֿון דער ייִדי­­שער קולטור, איר סימ­באָל...


Return to Top
צום אַנהייב
Archive
צו אַנדערע אַרטיקלען