Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

האַרבסט 2008 — ווינטער 2009                              FALL 2008 - WINTER 2009




אָדער אַ מלאך, אָדער אַ גלח

פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)

לייזער בורקאָ
שױן הונדערטער יאָרן פֿרעגט מען זיך, פֿאַר װאָס די אַמעריקאַנער זענען אַזױ רעליגיעז אין פֿאַרגלײַך מיט די אײראָפּעער. אין דער אַלטער הײם, װוּ די רעליגיע איז לאַנג געװען פֿאַרבונדן מיט דער מאַכט, זענען די קלױסטערס הײַנט לײדיק, בשעת אין דער נײַער װעלט זענען זײ נאָך אַלץ אָנגעפּאַקט מיט מתפּללים, װאָס שאָקלען זיך מיט עװאַנגעלישן התפּעלות. אײן סיבה פֿאַר דער רעליגיעזער פֿעסטקייט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז די הױכע מחיצה, װאָס טיילט די מלוכה אָפּ פֿון די רעליגיעזע ענינים. דאָרט װוּ די מאַכט מישט זיך אַרײַן אין דער רעליגיע, פֿאַרלירט דער עולם באַלד דעם אינטערעס. נעמט דײַטשלאַנד, למשל, וווּ יעדער בירגער צאָלט אַ שטײַער פֿאַר די קירכן, כאָטש אין אַ קלויסטער גײט מען קײן מאָל נישט אַרײַן — קײן גרױסע ליבע פֿאַרן גלויבן קומט נישט אַרױס דערפֿון. נאָך ערגער איז די לאַגע אין מדינת־ישׂראל, װוּ דער אָרטאָדאָקסישער ראַבינאַט באַשטימט, װער עס איז אַן אמתער ייִד, װי אַזױ מע דאַרף חתונה האָבן, װאָס מע טאָר נישט עסן, װען דער אױטאָבוס װעט (נישט) פֿאָרן און נאָך און נאָך. איז קײן װוּנדער נישט, װאָס ס’רובֿ װעלטלעכע ישׂראלים טרעטן נישט אַריבער די שװעל פֿון אַ בית־מדרש אַפֿילו אויף יום־כּיפּור, די פֿרומע אױף צו להכעיס. אױב ס’איז דאָ אײן כּוח אױף דער װעלט, װאָס פֿאַרהאַלט משיחס קומען, איז דאָס מסתּמא דער ישׂראל־ראַבינאַט.

מיך אַליין האָט עס אױך פֿאַרדראָסן דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, וועלכן איך האָב פֿאַרבראַכט אינעם לאַנד פֿון אונדזערע אָבֿות, אין ירושלים עיר־הקודש. דאָרט, אַז מע גײט אין גאַס שבת און מע רעדט אין טעלעפֿאָן, אָדער אַז מע פֿירט אַן אױטאָ, קוקן די פֿרומע ייִדן מיט בײזע אױגן און שרײַען "שבת!‟. איין מאָל האָב איך געגעסן אין אַ נישט־כּשרן רעסטאָראַן, האָט מען מיר דערציילט, אַז חרדים האָבן דאָרט אַמאָל געמאַכט אַ שׂרפֿה. װוּ מע גײט און װוּ מע שטײט הענגט אַ בילד פֿונעם ליובאַװיטשער רבין "מלך המשיח‟, אָדער עס שטײט אַן אמתער חב״דניק גרײט צו באַפֿאַלן די פֿאַרבײַגײער מיט פֿליבלעטלעך, שבת־ליכט, און תּפֿילין. אַזױ פֿיל קדושה קען מאַכן אַ ייִדן פֿאַר אַן אַפּיקורס.

מיר איז אײַנגעפֿאַלן אַ פּלאַן צו באַקעמפֿן די אַרױפֿגעצװוּנגענע רעליגיע דאָרט װוּ עס לאָזט זיך נאָר — למשל, אויף דער "ייִדיש־װאָך‟ אין קאָפּייק, ניו־יאָרק, װוּ איך האָב פֿאַרבראַכט סוף זומער. כאָטש ס’רובֿ געסט אין דער יוגנטרוף־זומער־קאָלאָניע זענען נישט קײן פֿרומע, צאָלן אַלע פֿאַר גלאַט־כּשרע מאָלצײַטן, און שבת אין דער פֿרי איז דאַװענען — די איינציקע אָרגאַניזירטע אַקטיוויטעט. אויף מײַן אייגן אַחריות האָב איך באַשלאָסן, אַז עס דאַרף זײַן אַן אַלטערנאַטיװע אַקטיװיטעט אין דער זעלבער צײַט, און נישט אַבי וואָס, נאָר עפּעס וואָס זאָל פּראָקלאַמירן און אויפֿהאַלטן דעם פֿרײַען געדאַנק. כ’האָב צוגעגרײט אַ גאַנצע פּראָגראַם און צעטײלט פֿליבלעטלעך, וווּ ס׳איז געשטאַנען אַ בילד פֿונעם ליובאַוויטשער רבין שליט״א מיט די ווערטער:

ברידער און שװעסטער!
די פֿרײַע ייִדישיסטישע קירך פֿאַרבעט אײַך
אױף אונדזער שבתדיקן "גאָטסדינסט‟
10 אַ זײגער אין דער פֿרי.
מיר װעלן זיך טרעפֿן לעבן דער אָזערע אונטער דער גרױסער פֿאָן.
די פּראָגראַם נעמט אַרײַן:
"ניגראָ ספּיריטשועלס‟ אױף ייִדיש
"קאָמוניאָן‟ מיט מאַנדלברױט און טרױבנזאַפֿט (ממם...)
לײענען פֿונעם הײליקן ברית־חדשה
אין דער קלאַסישער איבערזעצונג פֿון ד"ר חיים אײַנשפּרוך,
װי אױך אױסצוגן פֿונעם אַנטי־קריסטלעכן ספֿר "תּולדות ישו‟,
דיסקוסיע װעגן דעם ייִדישן גלח גאַבי װײַנרײַך.

מיט מײַנע טרייפֿענע פֿליבלעטלעך האָב איך געדאַרפֿט זיך היטן — געוויסע לײענער האָבן געקײַכט פֿאַר געלעכטער, אָבער די אַנדערע האָבן זיך באַלײדיקט. אַזוי ווי מײַנע חבֿרים פֿון דער יוגנטרוף־עקזעקוטיווע האָבן נישט אַרײַנגענומען מײַן "קירך‟ אינעם אָפֿיציעלן צײַטפּלאַן, האָב איך זיך נישט געריכט אויף קיין גרויסן אָפּרוף. אָבער 10 אַ זײגער, אונטער אַ פּרעכטיקן הימל און דער גרױסער, געלער משיח־פֿאָן, וואָס איך האָב געהאַט געקויפֿט אין ירושלים בײַ די ליובאַוויטשער משיחיסטן, האָט זיך טאַקע פֿאַרזאַמלט אַ "מנין‟ ייִדן און נישט־ייִדן. נאָכן לײענען דאָס באַקאַנטע משל פֿונעם "פֿאַרלױרענעם זון‟ (prodigal son) און אַן אױסצוג פֿון ר׳ שאולס ליבע־בריװ צו די קאָרינטער, האָבן מיר אָנגעהויבן זינגען אַלטע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער קריסטלעכע לידער, למשל: Go down, Moses

װײַטער, משה
טיף, טיף אין מצרים.
בעט בײַ פּרעהן — לאָזט מײַן פֿאָלק זאָל גײן.

ישׂראל איז געװען אין מצרים־לאַנד
לאָזט מײַן פֿאָלק זאָל גײן
יסורים, אױ, נישט אױסצושטײן
לאָזט מײַן פֿאָלק זאָל גײן

"אַזױ רעדט דער האַר‟ זאָגט משה באַלד
לאָזט מײַן פֿאָלק זאָל גײן
"אױב נישט, אײַערע בכורים שטאַרבן מיט גװאַלד!‟
לאָזט מײַן פֿאָלק זאָל גײן

און דערנאָך: Wade in the Water

גײט דורכן װאַסער
גײט דורכן װאַסער, קינדער
גײט דורכן װאַסער
כּבֿיכול װעט שטערן דאָס װאַסער

זעט דאָס פֿאָלק אָנגעטאָן אין װײַס
כּבֿיכול װעט שטערן דאָס װאַסער
דער פֿירער זעט אױס װי אַ ייִד "אָלרײַט‟
כּבֿיכול װעט שטערן דאָס װאַסער

זעט נאָר דאָרט אָנגעטאָן אין רױט
כּבֿיכול װעט שטערן דאָס װאַסער
זעט אױס װי דאָס פֿאָלק װאָס משה פֿירט
כּבֿיכול װעט שטערן דאָס װאַסער

זעט נאָר, זעט, װאָס קומט דאָרט פֿיר?
כּבֿיכול װעט שטערן דאָס װאַסער
דער רוח־הקודש קומט איבער מיר
כּבֿיכול װעט שטערן דאָס װאַסער

אױב איר גלײבט נישט, אַז איך בין שױן פֿרײַ
כּבֿיכול װעט שטערן דאָס װאַסער
גײט מיט מיר אַראָפּ צו ירדן־טײַך
כּבֿיכול װעט שטערן דאָס װאַסער

אונדזערע מתפּללים זענען געווען אַזעלכע ליבהאָבער פֿון די "ספּיריטשועלס‟, אַז זיי האָבן ספּאָנטאַן געזונגען נאָך עטלעכע, וואָס מיר האָבן געפּרוּווט גלײַך פֿאַרטײַטשן אויף מאַמע־לשון. אין דער קורצער צײַט, וואָס איז אונדז פֿאַרבליבן פֿאַר דער דיסקוסיע װעגן גאַבי װײַנרײַך, האָבן מיר אַרומגערעדט די עיקר־פֿראַגע: צי ייִדיש אָן ייִדישקייט — אָן רעליגיע — האָט אַ קיום? צי האָט דער וועלטלעכער ייִדישיזם הײַנט אָדער אַמאָל געהאַט אין זיך דעם כּוח צו דערציִען אַ נײַעם דור? צי דאַרפֿן מיר, אַזוי ווי די פֿרומע ייִדן זאָגן, תּשובֿה טאָן און אָנשטרענגען (אָדער אָפּשוואַכן) דעם מוח, כּדי צו גלייבן אין אונדזער פֿאָטער אין הימל — סתּם לטובֿת ייִדיש? וועגן אָט דער פֿראַגע ראַנגלען זיך נישט ווייניק וועלטלעכע ייִדישיסטן, און קיין גוטן ענטפֿער האָבן מיר נישט געפֿונען. אָבער מיר האָבן זיך געטרייסט מיט אַ לחיים איבער אַ גלעזל טרױבנזאַפֿט (יױזלס בלוט), גענומען אין מױל אַרײַן אַ שטיקל מאַנדלברױט (יויזלס לײַב), און אין אַ געהױבענער שטימונג זענען מיר אַוועק צו עסן די שבתדיקע סעודה צוזאַמען מיט די אַנדערש־גלייביקע. די רעאַקציעס אויף אונדזער פּסעוודאָ־קריסטלעכן גאָטסדינסט האָב איך נישט גלײַך געהערט — בלויז נאָך דער "ייִדיש־וואָך‟ האָב איך באַקומען די אָפּשאַצבויגנס צו לייענען, וווּ די אָנטיילנעמער האָבן אָנגעשריבן זייער קריטיק און עצות פֿאַרן קומענדיקן יאָר. עטלעכע האָבן זיך אויסגעדריקט אַזוי: "פֿריש, געזונט, און משוגע‟, "אַ חרפּה און אַ בושה‟, דאָס "האָט נישט קיין שום ייִדיש קולטור־ווערטן‟, ווי אויך "פֿע!‟ נו, מסתּמאַ דאַרף מען זיך רעכענען מיט אַזאַ מין אומטאָלעראַנץ אין דער יויזל־פֿראַגע — סוף־כּל־סוף, כאָטש ער אַליין איז געווען פֿון אונדזערע אַחינו־בני־ישׂראל און האָט נישט געהאַלטן פֿון קיין גוואַלד־מעשׂים, האָבן די גויים, ווי באַקאַנט, אין זײַן נאָמען אָנגעטאָן די ייִדן כּל־מיני רדיפֿות און פּאָגראָמען.
דערצו איז אפֿשר נישט געווען שיין אָפּצולאַכן פֿון רעליגיע — פֿאַר אייניקע לײַט איז עס אַ סענסיטיווע פֿראַגע. ווען די אַנאַרכיסטן האָבן אָרגאַניזירט די יום־כּיפּור־בעלער מיט אַ הונדערט יאָר צוריק, האָבן זיי געוואָלט דערמיט באַפֿרײַען דעם ייִדישן עולם פֿון דער פֿינצטערער רעליגיע — אָבער ס׳איז געשען פּונקט פֿאַרקערט; אַפֿילו די נישט־פֿרומע ייִדן האָבן זיך באַליידיקט אויף אַזאַ מין חוזק.

האָב איך אַליין אַ ביסל חרטה געהאַט, וואָס איך האָב אָפּגעלאַכט פֿון ייִדישקייט. ייִדן האָבן זיך דאָך פֿאַר איר מוסר־נפֿש געווען אַזוי פֿיל טויזנטער יאָרן. אָבער, דער עיקר, האָט מיך צוריקגעפֿירט צום דרך־הישר אַן אַנדער זאַך: די ליבע. צופֿעליק האָב איך זיך אין דער צײַט פֿאַרליבט אין אַ פֿרום מיידל און ס׳איז מיר באַלד אײַנגעפֿאַלן, אַז מסתּמא וועל איך איר מער געפֿעלן ווערן, אויב איך וועל אַרויסווײַזן ייִראת־שמים און אַהבֿת־התּורה אַנשטאָט אַפּיקורסות. האָט די ליבע מיך אַרײַנגעפֿירט אין שיל, קודם אויף איין שבת, דערנאָך אויף אַ צווייטן, און אין גיכן האָב איך געקראָגן אַ שטאָט בײַ דער מיזרח־וואַנט, וווּ איך האָב פֿאַרבראַכט אַלע שבתים און ימים־טובֿים מיט האַרצעדיקע תּפֿילות און געבעט צום אייבערשטן, ער זאָל באַהיטן זײַן פֿאָלק ישׂראל און מאַכן, אַז דאָס מיידל זאָל מיך ליב באַקומען.

כּדי תּשובֿה צו טאָן פֿאַר מײַנע אַבֿירות, בין איך פֿאַר יום־כּיפּור געפֿאָרן קיין באָראָ־פּאַרק, אַ פֿרומע געגנט אין ברוקלין. דאָרט האָב איך דערזען אַ שילד "לעבעדיקע כּפּרות‟ און אַ צאָל שיינע ייִדן, וואָס האָבן געוואַרט צו קויפֿן בילעטן. וואָס קומט דאָ פֿאָר האָט מען אויך געקענט דערקענען פֿונעם שאַרפֿן ריח, וואָס האָט זיך געטראָגן פֿון די כּמה־וכּמה טויזנטער כּפּרה־הינדלעך אײַנגעשפּאַרט אין שטײַגלעך — בסך־הכּל, דאַרף זײַן איינס פֿאַר יעדער ייִדישער נשמה אין דער געגנט. געקויפֿט מײַנע בילעטן — איינעם פֿאַרן האָנדל אַליין און אַ צווייטן, צו זען דעם שוחט בײַ דער אַרבעט — האָב איך באַקומען מײַן כּפּרה: אַ קליין האָנדעלע, נעבעך, אַ ביסל אַ שמוציקס, די פֿעדערן שיטערער אויפֿן ראָזעווען קערפּערל. איך האָב אים אַ נאָמען געגעבן נחום. האַלטנדיק נחמען אַזוי, ביידע פֿליגעלעך צונויפֿגעדריקט, ער זאָל נישט קענען אַנטלויפֿן, האָב איך אים אַרומגעדרייט איבער מײַן קאָפּ און געזאָגט די ברכה, וואָס איז מיט גרויסע אותיות אָנגעשריבן געווען אויף דער וואַנט. ווי אַ געטלעכער שטויבזויגער, האָט נחום אײַנגעזאַפּט אין זיך אַלע מײַנע זינד, אַזוי אַז איך האָב גלײַך אָפּגעאָטעמט, אַ נײַער מענטש, אַראָפּ אַ שטיין פֿון האַרצן.

ווײַל איך האָב געוואַרט אַ גאַנצע שעה, ביז דער שוחט איז געקומען, האָב איך געדאַרפֿט די גאַנצע צײַט האַלטן נחומס וואַרעם קערפּערל צוגעדריקט צו מײַן ברוסט. פֿאַרשטייט זיך, אַז עס האָט זיך אַנטוויקלט צווישן אונדז אַ מין פֿרײַנדשאַפֿט, עפּעס אַן אינטימקייט. איך האָב געפֿילט, ווי ער שרעקט זיך, און רחמנות געהאַט אויף אים, וואָס אים וועט הײַנט אויסקומען צו פֿאַרענדיקן זײַנע טעג — אַלץ צוליב מיר. די אַנדערע ייִדן האָבן זיך נישט געקווענקלט — בכלל האָט געהערשט אַרום מיר אַ פֿריילעכע, משפּחהדיקע שטימונג. די באַבערדלטע טאַטעס האָבן געהאַלטן די כּפּרות, שוין אָנגעשטאָפּט מיט עבֿירות, בשעת די קינדער זענען אַרומגעלאָפֿן, זיך געשפּילט אויף דער ערד, און די מאַמעס האָבן געשריִען זיי זאָלן אויפֿהערן. סוף־כּל־סוף, איז דער שוחט געקומען, מיט אַ לאַנגן חלף און אַ פּלאַסטישער באַדעקונג, וואָס זאָל ריין האַלטן די בעקעשע — אַ מין חסידישער "סאַנטאַ קלאָוז‟. ער האָט זיך באַלד גענומען צו דער אַרבעט, אַרײַנגעוואָרפֿן די ערשטע כּפּרה אין אַן עמער, פֿלינק אַ שנײַד געטאָן איבערן גערגעלע (און פֿאַרשפּריצט מיט בלוט מײַן ווײַס העמדל) און זי געלאָזט זיך טרייסלען און ספּאַזמירן, ביז דאָס לעצטע ביסל בלוט איז אַרויסגערונען אויף דער ערד. פֿונעם "טשיקן‟ איז געוואָרן אַ "טשיקן קאָטלעט‟, האָב איך דערהערט הינטער מיר. און מיט אַ שווער האַרץ האָב איך דערלאַנגט דעם שוחט מײַן נחומען...

וואָס קען איך אײַך זאָגן, מײַנע ליבע מענטשן, ס׳איז שווער צו זײַן אַ ייִד, אָבער נאָך שווערער איז צו זײַן אַ כּפּרה. אפֿשר איז ייִדישקייט טאַקע נישט די סאַמע אויפֿגעקלערטסטע רעליגיע אויף דער וועלט, אפֿשר אַפֿילו אַ ביסל פּרימיטיוו און באַרבאַריש. און אפֿשר האָט דער אייבערשטער מיר נאָך נישט געהאָלפֿן מיטן מיידל, וואָס קיין שפּור פֿון איר ליבע צו מיר איז נאָך נישט צו דערקענען, נעבעך. אָבער אַ ייִד דאַרף לעבן מיט בטחון; אויב אַפֿילו מע וועט מיר קיין מאָל נישט מוחל זײַן מײַן "ייִדישיסטישע קירך‟, אַזוי ווי די פֿרומע ייִדן האָבן נאָך נישט פֿאַרגעסן די יום־כּיפּור־בעלער מיט הונדערט יאָר צוריק. גלייב איך און האָף, אַז דער באַשעפֿער וועט רחמנות האָבן און טאָן דעם ייִדן אַ טובֿה: אויפֿלעבן די ייִדישע שפּראַך, צורעכט מאַכן די שוואַכע עקאָנאָמיע, און ברענגען אַלע ייִדעלעך פּרנסה און שידוכים... משיח צדקינו במהרה בימינו אָמן.

Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט
Back to the Articles List
צו אַנדערע אַרטיקלען
Return to Top
צום אַנהייב