Back to the Main Page
צוריק צו דער הויפּט־זײַט


Archive
אַרכיוו


Subscription
אַבאָנירן זיך

אָנשטאָט אַן אײַנשווער-רעדע


סאָציאַליסטן זײַנען מענטשן, וואָס עס לעבט זיך זיי נישט אין דער איצטיקער צײַט. עס ציט זיי אין "צוקונפֿט", "פֿאָרווערטס", צי אַפֿילו גאָר ווײַט — צו אַ "שטערן". און פֿאַר די פֿאַרשלאָפֿענע קעפּ קען מען דאָך האָבן אַ "וועקער"...

ווי מיר ווייסן, רעקאָמענדירט נישט אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך צו נוצן דאָס וואָרט "צוקונפֿט" (און דאָס וואָרט "פֿאָרווערטס" ווערט נישט אַפֿילו דערמאָנט). אָבער אין די בלי-צײַטן פֿון ייִדישן ראַדיקאַליזם פֿלעגן די סאָציאַליסטישע צײַטשריפֿטן טראָגן דווקא אומרויִקע און דערצו נאָך נישט תּמיד "כּשרע" נעמען.

"די צוקונפֿט" איז הײַט אַ רעליקוויע פֿון יענער צײַט. ס‘איז אַ צוקונפֿט מיט אַ גוואַלדיק רײַכן עבֿר. צי מיר, די נײַע רעדאַקטאָרן פֿונעם אַלטן זשורנאַל קלײַבן זיך צופּאַסן דעם אינהאַלט צום טיטל? אַוודאי — ניין! אָבער דאָס הייסט בשום-אופֿן נישט, אַז מיר ווילן זיך אין גאַנצן אָפּזאָגן פֿון דער ירושה. "די צוקונפֿט" איז געשאַפֿן און געפֿירט געוואָרן דורך מענטשן, וואָס האָבן געהערט, אָדער געוואָלט געהערן, צו דער אינטעליגענץ. דאָס האָט, חלילה, נישט קיין דירעקטן שײַכות צו דער בילדונג פֿונעם מחבר און לייענער. ניט יעדער פּראָפֿעסאָר, למשל, איז אומבאַדינגט אַן אינטעליגענט. די רייד גייט וועגן אַן אָנגעהעריקייט צו אַן עולם, וואָס זײַנע אינטערעסן זײַנען נישט באַגרענעצט מיט טאָג-טעגלעכקייט און מיט מאַסן-קולטור (וואָס איז, אין תּוך אַרײַן, אויך אַ טייל פֿון טאָג-טעגלעכקייט). "די צוקונפֿט" איז תּמיד געווען אַ פֿאָרום פֿון און פֿאַר אינטעליגענץ, און מיר האָפֿן, אַז אַזאַ וועט דער זשורנאַל פֿאַרבלײַבן אויך אין אונדזערע הענט.

דער נײַער פֿאָרמאַט פֿונעם זשורנאַל שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פּובליקאַציע, וואָס איר הויפּט־אויפֿגאַבע איז צו דערלאַנגען דעם לייענער מאַטעריאַלן, געווידמעט די פּראָבלעמען פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, טעאַטער, מאָלערײַ, מוזיק...

"די צוקונפֿט" איז אַן אָרט צו באַטראַכטן דעם וועג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור; צו אַנטפּלעקן דעם פּראָצעס פֿון דער הײַנטיקער שאַפֿונג און פֿאָרשונג סײַ אין אַלגעמיין און סײַ בײַ באַזונדערע שעפֿער; צוציִען דעם ייִנגערן דור ליטעראַטור־פֿאָרשער, כּדי זיי צו דערנענטערן צו אַ דירעקטער מיטאַרבעט און מיטשאַפֿונג.

"די צוקונפֿט" קומט צו יחידים און ביבליאָטעקן, וואָס געפֿינען זיך אין אַ צאָל לענדער. אַזוי אַז עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל אונטערצוהאַלטן אַן אינטערנאַציאָנאַלן כאַראַקטער פֿון דער אויסגאַבע. אָבער ס‘איז וויכטיק אויך צו באַטאָנען, אַז דער זשורנאַל גייט אַרויס אין ניו-יאָרק, וווּ עס וווינען נישט ווייניק זײַנע לייענער. אין אַ גרויסער מאָס, דערקלערט דער דאָזיקער געאָגראַפֿישער פֿאַקט זײַן אַריכות-ימים. מיר ווילן, אַז זײַן ייִדיש־אַמעריקאַנער אָפּשטאַם זאָל זיך פֿילן אויך אינעם אינהאַלט פֿון יעדן נומער.

אָט אַזעלכע געדאַנקען האָבן מיר בײַם אָנהייב פֿון אונדזער "צוקונפֿט"-קאַריערע, וואָס איר אַנטוויקלונג און המשכדיקייט איז אָפּהענגיק אויך פֿון אײַך, חשובֿע לייענער.

באָריס סאַנדלער
גענאַדי עסטרײַך


Return to Top
צום אַנהייב
Archive
צו אַנדערע אַרטיקלען